דער ירושלימער יוטוב־שטערן וועלוול קירשנבוים האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש פֿון אַ פּרעכטיקן וויזיט, וואָס ער האָט געמאַכט אין מאַראָקאָ. עס באַגלייט אים זײַן חבֿר אַבֿרהם פּרץ.
אינעם ווידעאָ זעט מען ווי קירשנבוים דאַוונט שחרית מיט די אָרטיקע ייִדן און באַזוכט אַ גוט אָפּגעהיטענעם בית־עולם, וווּ עס ליגן באַערדיקט גרויסע צדיקים ווי למשל הרבֿ חיים בן עת...